מעלות -  ניגוני ר' אלימלך בלומענבערג


די חסידישע מוזיק וועלט באגריסט מיט עקסטאז און פרייד די אזוי לאנג-ארויסגעקוקטע ערשיינונג פון 'מעלות'.

עכט חסידישע לידער קאמפאזירט דורך מלחין בחסד עליון הרה"ח ר' אלימלך בלומענבערג הי"ו, וועלכע דרוקן אויס די טיפסטע געפילן דורך הערליך-אראפגעשפילטע נגינה שבח והודאה, ניגוני רגש וכיסופין וועלכע ערוועקן דעם הארץ און נשמה צום באשעפער, הערליך-אראפגעזונגען דורך די שענסטע היימישע און לויטער חסידישע שטימעס ביים היימישן ציבור ווי ר' זאנוויל וויינבערגער, ר' יענקי דאסקאל, ר' אהר'לע סאמעט, ר' יששכר גוטמאן, ר' וואלוי האס און ר' אייזיק האניג.

די קאמבינאציע פון די אויסערגעווענליכע טאלאנטפולע קולות ברענגט צום טיש די סאמע שענסטע אראפגעזונגענע ווערק וואס דער היימישער עולם האט נאר אמאל בייגעוואוינט.

לאנגיעריגע מוזיקאלישע מבינים דרוקן אויס געוואלדיגע התפעלות אויף דעם פראדוקט, זאגנדיג אז די חסידישע מוזיק וועלט האט אזוינס נאכנישט געזען.

אויף דער מוזיקאלישער פראדוקציע האבן מנצח געווען די גרעסטע ריזן און מומחים אין דעם געביט, וועלכע האבן טאקע אהערגעשטעלט די סאמע מערסט-פראפעסיאנעלע און קוואליטעטפולע מוזיק און סאונד.

דער אלעמען בארימטער ר' אברהם יצחק גאלדמאן, זון פונעם אומפארגעסליכן ר' משה גאלדמאן ע"ה, ר' חיים יצחק ברענגט מיט זיך א שלימות צו נגינה און געזאנג וועלכע דערקענט זיך לענגאויס דעם גאנצן אלבום.

דער נומער איינס מוזיקאנט און סטודיא מייסטער ר' אברמי בערקאוו האט אריינגעלייגט הארץ און נשמה מיט מוזיק און מעלאדיעס, באגלייטנדיג די טיפע נגינה מיט פאסיגע און ווארעמע חסידישע תנועות, פאכמאניש געמיקסט דורך די געניטע אויער פון דעם מוזיק דזשעני ר' שלמה זלמן וועכטער.

דער אלבום איז נישט ווייניגער ווי א לעגיטימע דורכברוך ביים היימישן ציבור. ער פארשפרעכט צו ברענגען א נייע ערע אין דער וועלט פון היימישע און לויטערע חסידישע מוזיק. אין א וועלט וואו ארגינעלע חסידישע מוזיק איז נישט זוכה צו איר ריכטיגע אנערקענונג און שעצונג, טוט מעלות ברענגען די מעלה פון די היינטצייטיגע פראפעסיאנאליזם און פראדוקציע אינאיינעם מיט ווארעם-הארציגע חסידישע געזאנג, געזונגען דורך די זיסטע שטימעס וואס כלל ישראל פארמאגט. קויפט אייך היינט א פארגעניגן און א חסידישע מוזיקאלישע איבערלעבעניש מיטן נייעם אלבום 'מעלות'

כמות:




  תאריך הוצאה29
  משקל0.14 ק"ג

עם קבלת ההזמנה אנו פועלים כמה שיותר מהר ללקט את המוצרים ולהעבירם לחברת השליחויות כדי שהחבילה שלך תגיע אליך בהקדם! 

זמן הכנת המשלוח : 0-2 ימי עסקים.

להלן זמני האספקה: 

דואר רשום (למרכז חלוקה הקרוב ביותר לכתובתך): עד 10 ימי עסקים , כולל מספר מעקב של החבילה . (לא כולל יישובים שהחלוקה היא באמצעות ״דואר נע״)

דואר אקספרס: 3-6 ימי עסקים באמצעות דואר שליחים עד לביתך.

1. מוצר יוחלף תוך 14 יום מתאריך הקניה,כאשר המוצר חדש ובאריזתו המקורית ,בתנאי שלא נפגם ושלא נעשה בו כל שימוש . 

2. מוצר שלטענת הלקוח הוא לא תקין - ניתן לקבל  החזר כספי מלא בתנאי שהמוצר נשלח בחזרה ע״י הלקוח לבית העסק באמצעות הדואר על מנת להחזירו לספק/יצרן.

3. תשלום דמי המשלוח יחול על הלקוח במידה שהחליט הלקוח להחזיר את המוצר ללא סיבה מיוחדת, ובאם המוצר אינו תקין לטענת הלקוח בית העסק ישא בהוצאות המשלוח חזרה.

כתובת להחזרת חבילות: 

תא דואר 15109 רחובות - ע"ש גרינטק